פוּן הארץ
צוּ הארץ
אברהם
יהוֹשע העשׁל
פוּן הארץ
צוּ הארץ -- אזא קוּרצער מרחק.
אוֹיב
זיך פיל אוּן פארלאנגען מיינע,
פארוואס
נישט אוֹיך דיך אוּן דיינע?
מיליאנען
אוֹיגן זוּכן אוּן קאנען נישט געפינען.
ס‘וויכט
מענטשׁ פוּן מענטשׁ, ווי הוּנגעריקע
שפינען.
ווער טראגט
דען נישׁט אין בוּזעם ליבשאפט,
דאנקבארקייט
צוּ מענטשן?
לאמיך
אפן מוֹדה זיין אין בענקשאפט נאך דיר!
אוּן ווי
א בריק דוּרך טוֹיזנט לענדער,
וואס שיידן
דיך פוּן מיר,
לאמיך
לייגן זיך אליין אוּן צוּ דיר דערלאנגען.